רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 2 בדצמבר 2016

מכתב מדהים שחסיד סקווירא כתב לרבי מקאסאן שקנה דירה לצד סקווירא בה הוא מזהיר אותו מן התוצאות ההרסניות

עזרי מעם ה' עושה שמים וארץ
לכבוד הרב הצדיק
כבוד קדושת קאסענער רבי פון ספרינג וואלי שליט"א

איך בעט אייך הערט מיר אויס איך וויל אייך שרייבן אפאר דיבורים, אפי' איך בין נישט קיין שרייבער (און איך קען נישט שרייבען לשון הקודש ווי עס פאסט זיך), אבער דער נושא ברענדט מיר אין די ביינער, בעט איך כת"ר זאל גוט הערן וואס איז זאג, אפי' מיינע ווערטער וועלן נישט זיין פרופעשענעל.
היינט שבת האט מען געליינט אין די פרשה ווי די תורה פארציילט די גרויסע הכנסת אורחים וואס אברהם אבינו האט געטוהן, און פארקערט די תורה לייגט אראפ ווי די אנשי סדום האבן זיך אויפגעפירט צו די געסט וואס זענען געקומען ביי זיי אין שטאט אריין. איך וועל איך זאגען דער אמת איך בין מיר אזוי געזעצן ביי אונז אין גרויסען בית המדרש פון שיכון סקווירא צוגעהרט די ליינען, איך האב געהאט אזא אומבאקוועמע געפיל, איך קען נישט פונקליך מסבר זיין די געפיל, בערך אז אונזער התנהגות כלפי כת"ר איז עפעס נישט אינגאצן די התנהגות פון אברהם אבינו. איך האב זיך אזוי ארומגעקוקט אויף די פנימער פון מיינע שכנים, עס האט זיך געדאכט אויך אויף זייערע פנימער א וואלקן פון בושה, קען זיין אז איך דמיון סתם. בפרט אז אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל, אלס פחד קען איך אייך נישט זאגען ווער איך בין, אבער אזוי פיל קען איך אייך יא זאגען אז איך בין ליידער אומוועלענדיג אויך פרזענדליך אינוואלווד אין די עסקנות פון "הכנסת אורחים" וואס מיר מאכן פאר אייך.
בשעת מעשה האב איך באשלאסן אז גלייך מוצאי שבת שרייב איך א בריוו פאר כת"ר אייך צו איבערבעטן, איך ווייס נישט אויב איר קענט פארשטיין ווי מיר פילען, מן הסתם קענט איר נישט פארשטיין, נאר איינער וואס לעבט עס מיט קען דאס פארשטיין, אבער צו בארויאיגן מיין געוויסן שרייב איך אייך דער בריוו.
איך וויל איך איבערבעטן, אדער בעסער געזאגט איך וויל אייך געבן צו פארשטיין וואס עס גייט דא פאר. איך שטעל זיך פאר אז לויט ווי מיר האבען זיך אויפגעפירט צו כת"ר, קלערט איר אז שיכון סקווירא איז דער היינטיגע סדום דא אין אמעריקא רח"ל, איך האב נישט קיין טענות אויף אייך טאמער איר טראכט אזוי, אבער וויסן זאלט איר אז עס איז נישט ריכטיג. מיר זענען א שטאט פון יראים ושלמים, ניין און ניינציג פורצענט פון תושבי השיכון זענען איידעלע אידן וואס טשעפענען נישט קיין פליג, עס איז כמעט נישט דא קיין מחלוקת ביי אונז אין שטאט, אמת'ע אנשי שלום, אנשי חסד. נאר ביי די איצטיגע פרשה זענען מיר ליידער אריינגעפאלען אין א מצב. דער אמת איז אז אונזער רבי שליט"א איז אויך זייער א פיינע מענטש, נישט אומזיסט האבען רוב איינוואנער פונעם שיכון אים זייער שטארק ליב, ער איז באמת א גוטע מענטש, אין געווענליכע צייטן איז ער א אמת'ע שלום זיכער. ער פראבירט צו זיין גוט מיט איידען.
נאר דער פסוק זאגט אז "אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא", אפי' ערליכע אידן פאלען אויך דורך. דא איז געשעהן אז אונזער רבי שליט"א איז אריין אין א עקשנות אז ער פארלירט זיין גאנצער כוח אויב עס קומען אידן וואוינען בשכנות צום שיכון. איך גיי נישט דא בארעכטיגן אונזער רבי, איר מיזט מודה זיין אז ווי איך האב געזאגט אז עס מאכט זיך אמאל אפי' ביי אמת'ע ערליכע אידן אז ווען עס קומט צו נגיעות קענען זיי זיך פארלירן.
איך וויל אייך אבער יא מסביר זיין אז מיר די תשובים, די ראשי הקהל און עסקנים, מיר האבן פשוט נישט קיין ברירה. עס איז דא א גרויסע טייל פונעם ציבור וואס האט פשוט נישט קיין אייגענע שכל, וואס מען זאגט זיי אז דאס איז דער רבי'ס רצון איז ביי זיי קלאר אז דאס איז דער ריבונו של עולם'ס רצון, דאס איז א תוצאה וואס מען האט געברעיין וואשט אלע יארן אז דער רבי איז גאט. די סארט מענטשן בעקן די רבי הונדערט פורצענט אלעס וואס ער זאל נאר זאגען, אויב זאגט ער אז הרב ראטענבערג שלאגט זיך מיט'ן טאטען איז עס ביי זיי אזוי, טאמער דער רבי וועט מארגן זאגען פארקערט איז פארקערט, אויף די אידן קענען מען קיין טענה נישט האבען. וואס קען מען פאדערן פון זיי, תינוקות שנשבו. נעבאך.
אויך איז דא ביי אונז אין שטעטל אידן אזוי ווי מיר, וואס ווייסן יא אז דער רבי איז נישט גאט, און אז אפי' דער רבי דארף אויך היטן די תורה, אבער מיר האבען נישט קיין גרויסע ברירה מיר מיזן מיט גיין מיט'ן רוח, אפי' מיט זאכען וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן. אז מען קוקט ארום זעהט מען אז כמעט אלעס פירט דער רבי שליט"א דער שטעטעל אויסגעהאלטן על פי דרך התורה, איך זאג נישט עס איז נישט דא טענות, אפי' שטארקע טענות, בעיקר וועגן דעם וואס דער רבי מאכט זיך פאר גאט ב"ה אליין, אבער טענות איז דא אלע מאל און וועט זיין אלע מאל, ערגץ אנדיש איז נישט בעסער, ווי איז נישט דא קיין חסרונות, עס וועט קיינמאל קיין שלימות נישט זיין ביז משיח וועט קומען. איז וואס וויל דער אויברשטער, אז עס זאל נישט זיין קיין הנהגה אין שטעטל אדער מען זאל מיט גיין מיט די הנהגה אפי' עס איז נישט אויסגעהאלטן הונדערט פורצענט. עס איז ביי אונז קלאר אז דער אויברשטער וויל אז מיר זאלען מיט גיין מיט די זאך. נאר וואס דען במסתרים תבכה נפשי, עס טוהט מיר זייער וויי וואס מען טוהט פאר אייך, אבער מיר האבען נישט קיין ברירה, מיר מיזן שווייגן און זיך מאכן אז מען בעקט דער רבי. צו מערסטענס קען מען רעדן חברים צווישן זיך, טאמער רעדט מען צו הויעך לוינט עס נישט. מען לייבעלט דיר פאר א מתנגד. מען מאכט דיר אומבאקוועם אין אסאך פלעצער, אסאך מענטשן וועלען דיר געבען א עדטוט, זיי וועלן זעהן דיר קאליע צו מאכן שידוכים ביי דיינע קינדער, בקיצור עס לוינט נישט אז די סיסטעם זאל וויסען אז די האסט מחשבות זרות. ארויסצוקמען א קעגן די עוולות איז ממש מסירות נפש, וואס מען קען נישט פאדערן פון א געווענטליכע מענטש. אבער דאס מיינט נישט ח"ו אז דער ציבור בעקט די עוולות וואס מען טוהט אקעגן אייך.
אינטרשטע שורה, איך בעט אייך איבער בשם מיר, בשם מיינע חברים, בשם אסאך אידן וואס האבען אפי' נישט די קוראש צו שרייבן בהעלם שם, אין בשם די אידן וואס האבען נישט קיין אייגענע שכל, איך בעט אייך פארשטייט אונזער מצב. און דער זכות וואס איר וועט מוחל זיין זאל דער אויברשטער אייך העלפען איר זאלט מצליח זיין, סיי וואס איהר טוהט, ברוחניות ובגשמיות.

א תושב פון שיכון סקווירא
וואס קען נישט חתמנען זיין נאמען מחמת פחד

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.