רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 9 בספטמבר 2014

אל תתחשבו בעסקנים וגרוריהם שאינם מבקשים טובתכם תצביעו למען המועמד הטוב יותר

טייערע ברודער! אחים לדעה! אנשי שלומינו!

ווי באקאנט קומט פאר מארגן פריימערי וואלן און ניו יארק פאר פארשידענע אמטן ווי גאווערנער וכדו' און די געטרייע עסקנים וואס געבן זיך אוועק בלב ונפש  יומם ולילה אפעלירן צום ציבור לטובת הכלל זאל מען דאס נישט נעמען גרינג נאר ארויס קומען און די מאסן אפגעבן די שטימען פאר די אינדארסיטע קאנדידאטן
אבער מורי ורבותי אחי ורעי ווי קענען מיר שווייגען ווען אפאר יחידים וואס האבען זיך ארויף געזעצט על הציבור און נעמען אלע פראגאמען אויפן חשבון פונעם ציבור און די ציבור האט גארנישט!!! הנאה דערפון, נאר אדרבה מיט גרויס חוצפה האבן זיי גאר גהעכערט די שכר לימוד און רעגריסטראציע פונעם ציבור, אין א צייט ווען ברוך השם די מוסדות זענען אין גאר א גוטען פינאנציעלן צושטאנד וואס איז נאך נישט געווען זייט די מוסדות זענען נתייסד געווארן ע"י רביה"ק זי"ע, מיט  די אלע פראגראמען ובפרט מיט די טראנספארטאציע וואס די רעגירונג שטעלט צו די לעצטע יאר וואס א גרויסע ציבור איז בארעכטיגט דערצו און די מוסד נעמט  דאס געלט על חשבונם בלי ידיעתם, און רעדען איין דעם עולם גולם אז רוב עולם איז נישט "עלידשיבעל" דערפאר,
רבותי עד מתי יהי זה לנו למוקש  די געטרייע עסקנים ארבעטן פארן כלל נישט נאר פאר די פאר יחידים ווען מען זאגט אייך צו אלע פראגראמען און דערנאך האט איר גארנשט דערפון און מען לאכט אייך נאך און פנים ווען איר מוטשעט אייך צו צאלן די טייערע רענט הייבט מען נאך די שכר לימוד,  און רעגריסטרעשאן, טראנספארטעשאן, וכל שום חנוכה דאית להון, און א צייט וואס די מוסד איז בכלל נישט גענגט און געלט!!!!
לאזט אייך נישט פארפירן גייטס נישט ארויס שטימען פאר וועמען די ראשי(רשעי) המוסדות והקהלות הייסן

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.