רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 8 בספטמבר 2014

יחיאל באב"ד זאגט אז וויבאלד ער מאכט מער פון 350 דאלער א שעה ביי השגחה מער ער בעטן שכר בטלה טאפלען וואס ער מאכט אין די זעלבע שעה

מכתב זה נכתב באידיש אז בקיצור אכתוב מה הוא כותב על רב שנפגש עם יחיאל באב"ד ושאל אותו איך הוא לוקח 350 דולר לשעה בדיינות כשאסור לקחת יותר משכר בטלה, אז הוא טען כי מאחר ובהשגחה הוא עושה את הכסף הזה אז מותר לו לקחת סכום כזה בדיינות, שאל אותו הרב האם באותו זמן שאתה יושב בדין אין השגחה ומפסיד כסף, או שאתה ממשיך באותו זמן לקבל את אותו כסף, אז הוא אמר בהחלט ממשיכים לשלם אפילו כשאני יושב בדין תורה ולא עובר בחנויות, המשיך ושאל הרב אם כן הרי אין לך כל הפסד אז איך אתה מבקש עוד 350 דולר לשעה, אומר לו יחיאל באב"ד כי מאחר והוא עושה כל כך הרבה כסף מותר לו להכפיל את הסכום כשהוא יושב בדין תורה

מבינים איך הראש שלו עובד, ולכן אין זה פלא שהוא מעוות את הדין

מאת באבאווער

א רב איז ציגעגאנגען צו הרב הגאון הצדיק מוהר"ר יחיא-ל באבאד טארטיקאווער רב שליטא. אין עם גיפרעגט זיי מיר מסביר ווי אזוי מעג מען נעמען אזוי אסאך געלט אלץ שכר בטילה?  האט ער גיענפערט אז ער מאכט מער ווי דאס ביי השגחה'ס.  זאגט ער למשל "ראלי האטעל" צאלט עם אסאך מער ווי $350.00  דריי הינדערט אין פיפציק דאללער א שטונדע אין ממילא האלט ער אז ער מעג טאקע נעמען אזוי סאך ביי דין תורה.  זאגט עם יענער אבּי געדאַבּערט ווער איז משוגע צי צאָלען אזא משונה'דיגע אסטראָנאָמישע פּרייז פאר אַ השגחה? האט דער רב שליטא גיענטפערט וואס פארשטייסטי דען. איך בּין אַ זעלטענהייט פין אַ גיטער בעל מכשיר.  וואס מיינסטי זאגט דער רב ווייטער.  בחנם געב איך השגחה אויף רוב  רעסטאראנטס אין בארא פאַרק?   די ווייסט איך בין איינע פין די גרעסטע "השגחה געבערס".  איך געב אפילו  השגחה אויף פּרודוקטען וואס מ'מאכט אין ארץ ישרא'ל. אין דאס איז נישט ווייל זיי האבען נישט גיקענט טרעפען אנדערע רבנים וואס געבען השגחה'ס.  ווייל כידוע איז אין ארץ ישרא'ל דא אסאך פריוואַאַטע רבנים אין אסאך רבנישע ארגענעזאציעס וואס געבען השגחה'ס. אין מיט דעם אללעם קימט מען נאך אלטץ צי מיר. ווייל איך בין א יחיד אין פארשטיין אין טיען זאכען וואס אנדערע רבנים פארשטייען נישט אין קענען נישט. איז במילא לאזען זיך מענטשען קאסטען אין נעמען מיך פאר רב המכשיר ווייל ס'צאלט זיך אויס.

להמשך כנסו כאן

שוין זאגט עם דער רב יעצט פארשטיי איך שוין וויאזוי איר מעגט נעמען אזוי אסאך געלט.  יעצט האב איך אבער א אנדערע פּראָבּלעם. וואס איך וויל פארשטיין. ווען איר זיצט ביי א דין תורה וואס טיט זיך דעמאלטס מיט די השגחה ? איך פארשטיי נישט וואס איר פרעגט. זאגט דער טארטיקאווער רב שליטא. וואס הייסט וואס עס טיט זיך? וואס זאל זיך טיען?   מ'געט ווייטער השגחה'ס פינקט ווי ביז אהער. זאגט דער אנדערער רב שליטא  זייט אזוי גיט אין הערט מיך אויס.  בשעת ווין איר זיצט ביי א דין תורה.  אין איר זענט פארנימען מיט דע דין תורה ווער קיקט זיך אים אויף די אלע השגחה'ס דעמאלטס.  איר קענט דאך דעמאלטס נישט זיין בּיזי מיט די השגחה'ס?  איר זענט דאך פארנימען מיט די דין תורה? אין ווער ווייסט וואס מ'לייגט דעמאלטס אריין אין די עסען?  איר פארשטייט אז איך פרעג נישט וועגען א געשעפט ווי עס איז דא א משגיח תמידי ווייל דארט פארשטיי איך אז דער משגיח נעמט קער. אבער איך רעד וועגען א פּלאטץ וואס האט נישט א משגיח תמידי.   וואס טיט איר דעמאלטס?  עס קען אפשר זיין אז דער בעל הבית פין די רעסטאראנט ווייסט אז אַיר זענט פארנימען מיט א דין תורה.  אין עם האט זיך געמאכט פינקט א סעיל אויף א גוויסען "אייטעם"  וואס די השגחה דערפין איז אינטער א פראגע צייכען אין ער ווייסט אז איר וועט צי עם נישט אנקימען אין די פּאָר טעג קען ער ממילא דאס קויפען אין ניצען אין איר זאלט אפילו נישט וויסען.  אין בכלל אז איר זענט פארנימען מיט א דין תורה קענט איר דאך "טאקע" נישט אנקימען אין די אלע גישעפטען.  ני וואס טיט זיך דארט?  וויאזוי קענט איר טיען די אלע זאכין אויפאיינמאהל?  ני דער טארטיקאווער רב זאל זיין געזינט אין שטארק האט  זיך צילאכט  אז ער האט זיך שווער גיקענט כאפּען דעם  אָטעם.  דער טארטיקאָווער רב שליטא האט מסביר גיוועין פאר רב שליטא.  וואס האט זיך  דערשראקען פינעם לאכען. אין ער האט עם געזאגט איך זע פין אייער פראגע אז איר פארשטייט בכלל נישט דעם השגחה סיסטעם פין אמעריקע. ני וועל איך עס אייך מסביר זיין.  ווען דער רב המכשיר קימט דאס ערשטע מאהל אויף א פּלאטץ צי געבען אַן השגחה.  ברויך ער זען קודם כל וויאזוי קיקט עם אויס דאס פלאטץ.  וויאזוי איז דאס כשרות ביז אהער פאר ער איז געקימען געבען די השגחה!  אויב איז אללעס אין דער אָרדענונג איז דאך גיט.  אין אויב נישט מיז מען עם מסביר זיין אז פין דא אין ווייטער מיז ער טיען וויאזוי איך הייס עם.  די צווייטע זאך איז.  אין דאס איז זייער וויכטיג צי וויסען.  צי דער בעל הבית פין גישעפט איז א ערליכער צי נישט.  ווייל אויב נישט טויג נישט.  די מעגסט האבען טויזענט משגיחים וועט עס גארנישט העלפען.   ער וועט זיך א עצה  געבען אין ער וועט אריין שווערצען אין גישעפט וואס ער וויל. ממילא זייער וויכטיג אז ער זאל זיין ערליך. אין די דריטע זאך איז אז ער ברויך אויך צי זיין א בעל שכל. יא ער דארף צי זיין קליג אין פארשטיין וואס צי טיען ווען עס מאכט זיך א פראבלעם.  אין טאמער האט ער שכל וועט יעדער זיין אלץ ציפרידען.  יעצט וועלמיר גיין ווייטער.  איינמאהל איך האב באשלאסען אז זיין סטאָר איז כשר.  געב איך עם די השגחה  אין פארטיג.  וואס הייסט פארטיג פרעגט דער אנדערער רב שליטא.  איר גייט אהין יעדען טאג?  צי איינמאהל אין צוויי טאג לכל הפחות?   זאגט עם דער טארטיקאווער רב שליטא  ניין. נישט אמאהל יעדע וואך אין נישט אמאהל יעדע חודש  נאר וואס דען? ווען איך האלט אז עס פעלט אויס יא דעמאלס כאפּ איך מיך אריבער.   איך פארשטיי נישט זאגט דער אנדערער רב שליטא.    איר זענט נישט דארט יעדען טאג  וויזוי איז דאס?  אין וואס מיינט השגחה? אין פין ווי ווייסט איר וואס מטראגט אריין אין סטאָר דעם נעקסטען טאג ?  מקען אינטער אייער נאמען אָפּטיען כל מיני שגץ שטיק אין איר זאלט גארנישט וויסען דערפין?  אוי געוואלד  ווי אזוי לאזט איר דאס צי?  ברויאיגט אייך זאגט עם דער טארטיקאווער רב שליטא.  ניין אין נאכאמאהל ניין מ'דארף נישט זיין אלץ אין אין גישעפט.  אין עס איז נאך אלץ א גיטע השגחה.  קימט אויס לויט אייך זאגט דער רב שליטא פארען טארטיקאווער רב שליטא.  אז מ'קען זיצען ביי א דין תורה.  אין זיין פעסט אריינגעטאָן אין די דין תורה אין עס זאל גארנישט שאטען פאר די השגחה'ס.  אדרבה ס'קימט אריין געלט פין ביידע סיי פין די תורה'ס  אין סיי פין די השגחה'ס. דאס איז דאך ממש גיוואלדיג. עס הייבט מיר אָן צי געפעלען דעס געשעפט זאגט דער רב מיט א שמייכעל.  זאגט עם דער טארטיקאווער רב שליטא.  איך האב אייך געזאגט אין אַנהויב פינעם שמועס אז עס איז אַ אויסגעהאלטענע זאך יעצט טיט איר דאס אליין אַנערקענען בּ"ה.  איין מינוט זאגט דער רב שליטא צים טארטיקווער רב שליטא .  איך וויל אייך אבּער פרעגען איין פראגע וואס איז מיר יעצט בייגעפאלען.   אז אויב זאג איך אז מ'קען געבען די השגחה'ס אפילו בשעת ווען מען איז פארטאָן מיט די שווערע דין תורה'ס?  איז וואס איז דער היתר פין נעמען "שכר בטילה" ? איר באקימט דאך באצאלט פין השגחה'ס בשעת'ן זיצען בא דין תורה?  טאָ פאר וואס מעגט איר נעמען געלט פין דע דין תורה? מ'טאָר דאך נישט נעמען קיין געלט נאָר אויב עס איז שכר בטילה?  אפשר קענט  איר מיר דאס מסביר זיין? זאגט עם דער טארטיקאווער רב שליטא יא יא.  איר מיזט פארשטיין איך קען וועין אפשר אָננעמען נאך א השגחה אין דער צייט פין די דין תורה ממילא מעג איך נעמען שכר בטילה. פרעגט  דער רב שליטא צירוק פינעם טארטיקאווער רב שליטא איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט איר קענט "טאקע" אַננעמען נאך 15 השגחה'ס.  אָבּער דאס שטערט אייך נישט פין פירען קיין דין תורה'ס אזוי ווי איר האט פריער געזאגט.   אז דין תורה'ס שטערען נישט די השגחה'ס. איז אויב אזוי הדרה קושא לדוכת' איז דאך נישטא קיין שכר בטילה  איז ווי אזוי מעגט איר נעמען געלט פאר דע דין תורה
רבותי עס איז (אָן בּליוועבּעל)  אבער דער טארטיקאווער רב שליטא  האט זיך גענימען דרייען מיט דע צינג אין מיט דע ציין אין ער האט זיך נישט גיקענט א עצה געבען.  אין וואס ער האט נאר פּרויבּירט צי זאגען האט ער אליין מיני ובי'ה  אָפּגעוואָנדען.  אין איך מיז זאגען צי זיין "קרעדיט"  אז ווען ער האט געזען אז די קשיא איז שווער  האט ער נישט פּראָבּירט צי מאכען קיינע קינצערלעך מיט קיינע דריידעלעך נאר ער  האט ער זיך אנגעריפען צי דעם רב שליטא.   יא איך זע דא א שווערע פּראָבלעם.  איר האט מיך גיט געפרעגט.  איך מיז אין דעם גיט אריין טראכטען אין איך וועל אייך אי"ה ענטפערען ביי די שנעלסטע געלעגענהייט     .     
רבותי דער שמועס איז פאָרגעקימען היינט צוויי וואכען צירוק אין דער רב שליטא האט שוין פּראָבּירט עטליכע מאהל זיך נאכאמאהל צי פארבּינדען מיטען טארטיקאווער רב שליטא אבער עס גייט נישט

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.