רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 3 באוגוסט 2014

באנדא הבעלים של פאמעגראנט משיב למודעות נגדו על שפיטר עובד התומך בחמאס

לכבוד מיינע טייערע ברידער אחים לדעה תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע , ווי ס'איז באקאנט פארט ארום א מעשה כאילו איך האב מקפח געווען א פרנסה פון א אינגערמאן ח"ו  אין עם אימגליקליך געמאכט פאר'ען כלומרשט ארויס  זאגען די הייליגע רביס שיטה און אמונה וויל איך דא קלאר מאכען אז ס'איז נישט געווען אזוי.
יעדער ווייסט אז איך בין א סאטמער חסיד אין יעדער ווייסט וואס מיין פערזענליכע מיינונג איבער ציונית איז יעצט אין און אלע יארען אין יעדער וואס קען מיך ווייסט אז איך בין א שטאלצע סאטמערע חסיד
יעדער וואלט פארשטאנען אז איך וואלט נישט אויסגעמישט ביזנעס מיט מיין אמונה אין קיינער וואלט עס אפי' נישט פארלאנגט.
די מעשה האט גארנישט געהאט מיט דעם. אין א יעדע בר דעת פארשטייט אז מ'קען נישט אין אמעריקע  אפי' ארויסווארפען איינעם פארען האבען אן אנדערע מיינונג דא איז דא פרייהייט פון ספיטש
נאר וואס איך וויל מיך באציען, איז צי א מעסעדזש וואס איז ארומגעפארען אין מיין נאמען,  וויבאלד ס'זאל נישט ארויסקומען א חילול השם ח"ו כאי' איך האב אוועק  געמאכט די הייליגע דרך החתם סופר וקדיו"ט אין אלע פריערדיגע צדיקים אמת פארען קריג.
די מעסעדזש איז ארויס געשיקט געווארען פון געוויסע אנשי בליעל שונאים און ס'האט גארנישט מיט מיר ודי בזה.
אדרבה ואדרבה איך שטיץ מיט שווערע נתינות איבערן יאר פארן חינוך הטהור וואס רביז"ל האט אויפגעשטעלט באה"ק  אין בפרט די הייליגע מוסדות יטב לב באה"ק  ווי סאיז באקאנט פאר יעדעם .
אין ווי אויך האב איך מיך געלאזט קאסטען איבער צידריקען די רבינ'ס ספרים אריינגערעכענט די על הגאולה .
אין אויך מיינע קינדער זענען אויפגעצויגען מיטען ריינעם השקפה אין אידישקייט.
אין איך האף אז מיט דעם האב יוצא געווען ידי חובתי אין משיח זאל קימען במהרה בימינו ברחמים וברצון אמן. וימי אבל נהפכו לששון ולשמחה
הק' א"י באנדא

תגובה 1:

  1. האם מדובר באחים: יענקל . יוסף. עקיבא ? או מבני משפחתם?

    השבמחק

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.